וועלטעלעך — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » 2011 » לעגאלע פארברעכנס-גורמים

לעגאלע פארברעכנס-גורמים

1 פאסטס אין ארכיוו · ארטיקל #102

Ben Ami » 2/10/2011

· #102000
ער ארבעט א פאר חדשים אונטערצוהעצן א נאאיווען, פאר'צרה'טן מענטש, ביז עס געלונגט אים צו איבערצוצייגן יענעם דורכצופירן א פארברעכן. איינמאל דער קרבן פאלט אריין אין זיין נעץ, זעצט ער זיך אוועק ביי דער טעלעוויזיע מיטצוהאלטן לעבעדיג די פרוכט פון זיין הארעוואניע. ער רייבט זיך די הענט מיט הנאה, און לאכט זיך דערביי אונטער מיט חוזק, אויפ'ן חשבון פון דעם קרבן זיינעם.

וועמען און וואס האב איך דא געשילדערט: אן עף-בי-איי אגענט אדער א ראדיקאלן אימאם אין מיטל-מזרח? א געשיכטע מיט "ענטרעפמענט" אדער א טעראר-אקט?


דער פאקט וואס ביידע פאסן באקוועם אריין אין א פאראגראף וואס אנטהאלט כאטש 5 פרטים, זאגט עפעס. עס טויג נישט.