וועלטעלעך — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » 2012 » איך שרייב

איך שרייב

4 פאסטס אין ארכיוו · ארטיקל #125

Ben Ami » 8/08/2012

· #125000
איך שרייב צוואות -- א סך.
איך שרייב א צוואה א מינוט.
איך באראט זיך מיט סעקונדן,
פרעג זיי וואס אנצוזאגן די מינוטן.
איך דערלאנג מינוט-צוואות,
פארלאנג יעדע מאמענט אנצוזאגן די נעקסטע.

איך שרייב צוואות, ווי געווענליך --
מיט שווארצן טינט אויף שווארצן פאפיר.
איך דערזאג זיי נישט,
דעם תוכן פון אנזאג.
זאלן שורות מיך נישט נודנען,
מיט'ן מיין פון די ווערטער.

איך שרייב צוואות, איינע יעדע מאמענט.
כ'שטארב באלד דערויף אפ,
אין חלל וואס צווישן מאמענט און מאמענט.
כ'ווער פריש געבוירן,
פונעם אומזין וואס שאפט די צייט:
אט יענער גארנישט וואס טראכט אויס בראשית.


Hirshel Tzig - הירשל ציג » 2012-08-14 22:24

· #125001
איך, איך, איך, איך
די לעצטע פיר שטיקלעך זענען אלע "איך"

Hirshel Tzig - הירשל ציג » 2012-08-14 22:25

· #125002
↩ ענטפער צו Hirshel Tzig - הירשל ציג
וואס באדייט דאס???

Sam » 2012-08-14 23:10

· #125003
↩ ענטפער צו Hirshel Tzig - הירשל ציג
אני ואפסי. איך און מײן גארנישטקייט.